דפי חזרה

א פארקורצונג און ראשי פרקים פונעם טעגליכן שיעור, אויסגעשטעלט אויף א וועג פון פראגע און ענטפער, וואו עס ווערט קאנצעטרירט די הלכות וואס קומען ארויס פון דעם שיעור, כדי דער לערנער זאל האבן די מעגליכקייט איבערצוגיין דעם שיעור פונעם טאג נאכן לערנען אינעווייניג, אויף א לייכטער און קורצער וועג, אזוי ארום וועט זיך עס איינקריצן אין זיין זכרון מיט א קלארקייט און ליגן אויפן צונג. ווי חז"ל זאגן: שיהא דברי תורה מחודדים בפיך שאם ישאל לך אדם דבר אל תגמגם ותאמר לו אלא אמור לו מיד.