נדבות און אנדענקונגען

עת לבכות ועת לשחוק עת ספוד ועת רקוד. אין יעדע געלעגנהייט וואס אייער הארץ באוויליגט צו ביישטייערן פון אייער פארמעגן לעילוי נשמת, לכבוד א שמחה, צו געהאלפן ווערן מיט א ישועה, א.ד.ג. און אייער הארץ גארט צו מנדב זיין פאר לימוד התורה, תורה לערנען פון תינוקות של בית רבן, פאר זיכוי הרבים, אדער אויף צו שטארקן אידישקייט, א.ד.ג. דאן האט איר דערגרייכט דעם ריכטיגן אדרעסס!

דא איז פארהאן דער געלעגנהייט פאר יעדן נדבן צו פאראייביגן די אנדענק פון לעבעדיגע און נפטרים, פאר שמחות און לעילוי נשמות, פאר הצלחה און ישועה, אין דעם געוואלדיגן און ברייטפארצווייגטן מפעל, מיט אירע פילצאליגע ריזיגע אויפטוען, וועלכע אנטהאלטן אין זיך די אלע זכותים. איינשליסנדיג סיי לימוד התורה און הלכה פון טויזנטער אידן איבער די גארער וועלט, סיי תורה לערנען פון הבל פיהם של תשב"ר וואס לערנען מיט אויף דעם סדר הלוח, סיי זיכוי הרבים אויף א פארנעם וואס האט נישט איר גלייכן אין די תורה וועלט, סיי דאס שטארקן אידישקייט, וואס דורך דעם מפעל הלכתא דיומא דערוויסן זיך טויזנטער אידן שומרי תורה ומצוות די הלכות און פליכטן וואס זענען מחייב יעדן איד.

פאר נדבות און אנדענקונגען דרוקט דא