הלכתא דיומא וואס איז דאס

וואס איז הלכתא דיומא?

מפעל "הלכתא דיומא" שטעלט צו פארן ברייטן ציבור דעם וואונדערליכן לוח הלכתא דיומא - וועלכע אנטהאלט אין זיך א סדר פון שיעורים, צעטיילט אויף אלע טעג פון יאר, אין שולחן ערוך אורח חיים מיט משנה ברורה. וואס אין א צייט אפשניט פון איין יאר - אדער צוויי יאר, פארענדיגט דער לערנער גאנץ חלק אורח חיים פון שו"ע, און  עררייכט א ברייטע קענטעניס אין טויזנטער הלכות וואס זענען אקטועל טעגליך.
דער לוח איז צעטיילט אויפן סדר פון שו"ע או"ח, אנגעהויבן אנפאנג יאר אין טאג פון שמחת תורה, פון אנהייב שו"ע או"ח סימן א', און גייט אויפן סדר השו"ע טאג נאך טאג. ווידעראום אין א צייט ווען מען שטייט בעפאר א יו"ט, צב"ש חנוכה, טוט דער לוח איבערהיפן אויפן געווענליכן סדר הלוח, און דורכאויס עטליכע טעג בעפאר חנוכה, לערנט מען די סימנים פון הלכות חנוכה וועלכע זענען נוגע למעשה אין די בעפארשטייענדע טעג. און ווען מען ענדיגט דעם לימוד פון יו"ט, קערט זיך דער לוח צוריק צו דעם אלגעמיינער סדר, און מען גייט צוריק צום ארט וואו מ'האט אריינגעהאקט מיטן יו"ט לימוד. אזוי טוט די זאך ווידערהוילן ביי פורים, און פסח, אא"וו, דאדורך צו זיין באוואוסטזיניג צו די הלכות פון מצוות היום, זיי צו קענען מקיים זיין אויפן ריכטיגן אופן.

אויך איז פארהאן א מעגליכקייט אנצוהייבן דעם סדר הלוח אינמיטן יאר, און עס ענדיגן א יאר אדער צוויי יאר שפעטער. [ד.ה. צב"ש: אויב הייבט מען אן י' סיון, ענדיגט מען א יאר שפעטער (מחזור שנה אחת) אדער צוויי יאר שפעטער (מחזור שנתיים) גאנץ משנה ברורה אין ט' סיון].
דער לוח איז מסודר אויף א געשמאקן און צוגענגליכן פארנעם. עטליכע סעיפים פאר א טאג, אויף אן אופן וואס איז צוגענגליך פאר אלעמען, אזוי ארום קען מען דאס לערנען אויך אין א צייט וואס מען האט נישט קיין באשטימטער שיעור, עטליכע מינוט דא דארט, וועלכע שטערט נישט די אנדערע סדרים וואס ער האט סייווי. אזוי אויך שבתות און ימים טובים.

לערנענדיג מיט דעם סדר הלוח, ווערט מען בארייכערט מיט א ברייטע קענטעניס אין הלכה, וואס דאדורך איז מען באוואוסטזיניג צו די פשוט'ע פליכטן וואס ליגט אויף יעדן איד דורכאויס דער טאג; און אזוי אויך די פילע פארצווייגטע הלכות פון הלכות שבת, יו"ט, און די מצוות פון יו"ט, צב"ש; חנוכה, מגילה, ר"ה, יוה"כ, סוכה, ארבעה מינים, און נאך. אין צוגאב, קומט נאך צו דער שמחה און געשמאק וואס קומט דורך דעם, ווען מ'דערזעהט זיך קענען גאנץ שו"ע או"ח. בנוסף צו די זיסקייט פון די תורה בשעת'ן לערנען.

-

לאמיר מאכן דעם חשבון!

פון איין זייט. - ווייסט דאך יעדער ביי זיך וויפיל ער איז באקאנט אין די גאר וויכטיגע הלכות, ווען ביי יעדע שאלה וואס קומט אונטער, ווייסט מען נישט וואו זיך אהין צו טוען. און פיל מאל, ווייסט מען ניטאמאל אז דאס איז א שאלה בכלל. וואס דורכדעם קען מען צוקומען עובר צו זיין אויף אפענע הלכות אין שו"ע וואס קיינער קריגט דערויף. און אזוי גייט דורך יאר נאך יאר, אזש דער פראגע פרעגט זיך פון זיך אליין; תורה מה תהא עליה? ווען וועט מען זיך נעמען אין די הענט אריין?!

פון די צווייטע זייט. – אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו! עס איז אומבאשרייבליך אראפצוגעבן דעם געוואלדיגן געשמאק און שמחה - וואס די אלע וואס האבן אין די צייט אפשניט פון די לעצטע יארן געענדיגט גאנץ שו"ע או"ח מיט משנה ברורה – האבן ערהאלטן. דורך דעם וואס זיי האבן איינגעקויפט א פולשטענדיגע קענטעניס אין די הלכות וואס זענען נוגע טעגליך, און ספעציעל אין די צייטן פון בעפאר יו"ט ווען מ'לערנט די הלכות וואס זענען נוגע פאר די בעפארשטייענדע יו"ט, וואס דורכדעם האבן זיי באקומען אן ארומנעמנדע באקאנטשאפט מיט אלע פרטי המצוות וואס שייך דעם יו"ט. אזוי אויך ווען עס קומט אונטער א שאלה, אפילו ער איז נישט קלאר מיט די הלכה פונקטליך, דען עס שטייט נישט ארויס קלאר אין שו"ע, אבער דאך ווייסט ער ווי אזוי צו פרעגן א שאלה, און וואס צו פרעגן. ווי דער מאמר החכם לויטעט; שאלת חכם חצי תשובה. ווי אויך איז פארהאן ביי זיי דער סגולה וואס ווערט געברענגט אין ספרים, אז דורכ'ן לערנען די הלכות, היט מען פון הימל מ'זאל נישט נכשל ווערן. אה! ווי געשמאק און זיס איז דער טעם פון תורה!

און וואו זענט איר? זענט איר אויך צווישן די גליקליכע? אויב נישט, דאן שליסט אייך אן זאפארט! איר וועט שטענדיג געניסן פון דעם שריט!

דער געלעגנהייט איז ביי אייך אין די הענט זיך אנצושליסן און די סדר השיעורים פון "הלכתא דיומא" ללימוד שו"ע או"ח עם משנה ברורה, און איר וועט זיין א טייל פון די וואס לערנען הלכה טעגליך, וואס חז"ל זאגן דערויף; כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא. און ביז א יאר, אדער צוויי יאר [געוואנדן לויטן מחזור אין וואס איר שליסט זיך אן] וועט איר זיך טרעפן אלץ א פולשטענדיג בקי אין אלע הלכות פון שו"ע חלק אורח חיים!

שליסט אייך אן אינעם איצטיגן מחזור, מיט די טויזנטער וואס לערנען שו"ע אויפן סדר. און עס זאל נישט אריבערגיין קיין טאג אן דעם שיעור קבוע!

די שיעורים פאר יעדן טאג זענען נישט צו לאנג, אזוי ארום אויך ווער עס האט זיינע באשטימטע שיעורים וועט עס אים נישט שטערן פון זיין סדר. דען אין יעדן טאג טרעפט מען דאך עטליכע ליידיגע מינוטן פארווארפן דא דארט וואס מ'קען אויסניצן, און ס'איז א שאד זיי צו פארפאטשקען ליידיג. ווייל אט אין די איבריגע מינוטן קען מען ווערן א פולשטענדיגער תלמיד חכם עררייכנדיג א באקאנטשאפט מיט אלע הלכות וואס זענען נוגע דעם איד ביי טריט און שריט, און דורכדעם זענט איר מקיים דעם "והגית בו יומם ולילה". במשך די צייט, וועט איר דורכדעם שפירן דעם זיסקייט פון די תורה, נעמענדיג אין באטראכט אז דורכ'ן אויסנוצן איינצעלנע מינוטן במשך די איין\צוויי יאר, האט איר אייגעקויפט גאנץ שו"ע או"ח.

פארפאסט נישט די גאלדענע געלעגנהייט! אל תאמר לכשאפנה אשנה!