אמת'ע מעשיות

אמת'ע פאסירונגען וואס זענען פארגעקומען היינטיגע צייטן אינעם זכות פון לימוד הלכה

אפגעמאכט זיין געהאלט – בזכות פון אנהאלטן זיין שיעור קבוע

ר' משה ק. הי"ו וואס האט זיין איינפאכע דירה'לע אין רמות אין בית שמש, אן איש תם וירא ה', אן ערליכע ארבעטער וואס איז גאנץ א שיינער פארדינער מיט א ניש-קשה'דיגע געהאלט, האט זיך זיין סדר היום מיט אן אויסגערעכנטקייט. נאך פון גאנץ פריע אין טאג הייבט ער אן זיין טאג טעגליכען סדר, ווען ער דאווענט מיטן מנין וויתיקין, דאס דאווענען איז כהלכה מיט מנין פון אנהייב ביזן סוף. נאכן דאווענען זאגט ער א פאר קאפיטל'ך תהלים און מיט א תפילה צום רבוש"ע אז ער זאל זאל אים באגלייטן אויף טריט אין שריט צו האבן הצלחה בכל ענינים, און זאל זיך קענען פירן ווי אן ערליכער איד דארף. מיט אט די געדאנקן גייט ער ארויס צו דער ארבעט.

ר' משה, וועלכער ארבעט אין א גרויסע פאבריק נישט ווייט פון זיין ישוב, האט א שטיק-צייט צוריק באקומען א פארלאנג פון די פירערשאפט פון די פאבריק, אז ער דארף זיך שטעלן צו די ארבעט מיט א שעה פריער ווי ביז יעצט. ר' משה האט זיי געגעבן צו פארשטיין, אז ער דאוונעט שחרית מיט די ותיקין-מנין וואס דאווענט שמונה-עשרה ביים נץ, און אויב ער וועט קומען פריער צו די ארבעט וועט ער מוזן אוועקגיין פאר מ'ענדיגט דאווענען, און ער איז נישט גרייט דערויף. דעריבער האט ער נישט קיין מעגליכקייט צו נאכקומען זייער פארלאנג.

פאר די פירערשאפט איז געווען גאר וויכטיג זיין אריינקומען פריער, האבן זיי דעריבער איהם אפגעשראקן און געווארנט אז מ'וועט איהם אפזאגן פון זיין פאסטן. ר' משה האט זיי אויסגעהערט און געזאגט: "איך גיב אייך אפ דעם גרעסטן כבוד, אבער איך וועל נישט מוותר זיין אפילו אויף איין 'קדיש' אדער 'ברכו' וועגן מיין פאסטן!

די אנדערע ארבייטער וואס האבן געארבעט צוזמען מיט ר' משה, האבן געפרואווט צו רעדן מיט אים, מסביר צו זיין מיט וואס ער ריזיקירט, און אים איבערעדן פון זיין באשלוס, אויפווייזנדיג אים אין וואספארא שטורמישע ים ער לאזט זיך אריין, מיטן טענה: ס'איז היינט גאר שווער צו טרעפן א פאסיגע און גוט באצאלטע ארבייטס-פלאץ! ווער וועט שפייזן דיין משפחה מיט 9 קינדער?… אבער עס האט גארנישט געהאלפן, ר' משה ערקעלרט זיי: חז"ל זאגן 'אמר הקב"ה: אין אדם שומע לי ומפסיד' (דב"ר ד,ה)!.

באלד דערנאך איז ער טאקע אפגעזאגט געווארן. און ער האט פארלאזט זיין געוועזענע ארבעט'ס פלאץ, אזוי ער האט דורך געשוויצט א חודש צייט אן קיין ארבעט.

אשרי אדם בוטח בך. האבנדיג זיין הפענונוג אינעם אייבירשטען אז ער וועט אים העלפן און נישט פארלאזן, האט אים דער אייבירשטער ווירקליך געהאלפן. - די פירערשאפט פונעם פאבריק, איינזעהענדיג אז זיי קענען זיך נישט באגיין אהן איהם האבן זיי אים צוריק פארבעטן ער זאל צוריקומען צו דער ארבעט. און זיי זענען אויך איין געגאנגען אן קיין באדינגונגען צו דארפן אריינקומען פריער צו די ארבעט!

שמוסענדיג מיט איינעם פון די ארבייטער, האט יענער איהם א פרעג געטוען: "ווי אזוי פלאנסטו צו אנפילן די לאך פון די וואכן וואס דו האסט נישט פארדינט?" האט אים ר' משה געענטפערט מיט א דרייסטקייט: "וויסן זאלסטו, אז די ארבעט מיט די פרנסה האבן נישט קיין שייכות! פרנסה איז מן השמים, און ארבעטן דארף מען נאר בכדי מקיים צו זיין דעם גזירת הכתוב 'בזיעת אפך'…

וועסטו פרעגן פון וואס איך האב געהאט צום לעבן, הער דיך גוט צו וועל איך דיר דערציילן וואו אזוי איך האב פאסירט. ומעשה שהיה כך היה: נישט האבנדיג קיין ארבעט, האב איך זיך יעדן צופרי נאכ'ן דאווענען געזעצט לערנען ביז נאכמיטאג. איין טאג, קומט אריין א חברה-קדישא מאן און פרעגט אויב איך קען זיך מצרף זיין צו מנין פאר א איד וואס וויל גיין צו זיין טאטנ'ס קבר, אין איז גרייט צו באצאהלן דערפאר 40 ש"ח. איך האב באלד מסכים געווען, כאטש ס'איז גאר א קליינע סכום, אבער איך דארף דאך שפייזן מיין משפחה… ווען מיר זענען ארויס אין בית החיים, האט דער איד אונז געגעבן א סך הכל פון 400 דאלאר פאר יעדן איינעם וואס האט זיר באטייליגט אינעם מנין…!

"און הער צו ווייטער: איך האב א חברותא יעדע נאכט, מיט וועם איך בין מסיים יעדעס יאהר גאנץ משנה ברורה, מיטן סדר פון 'הילכתא דיומא', און איך בין געווען אביסל הונטערשטעלוג מיט סדר. יעצט אז איך האב נישט געהאט קיין ארבעט, און אויך מיין חברותא איז געווען אויף וואקאציע, האבן מיר מחליט געוועל צו אנפילן דעם לאך, משלים זיין וואס מיר זענען שולדיג. האבן מיר זיך קובע געווען א שיעור יעדען נאכמיטאג, מיר האבן זיך געזעצט לערנען אין ביהמ"ד, אין איינע פון די שטיבעליך. איין טאג בשעת'ן לערנען איז עטליכע מאל באמערקט ווי עפעס א איד'ל קומט אריין אין ביהמ"ד, זוכט עמיצן צו טרעפן, און דאן גייט ער ארויס. בערך 5:00 נאכמיטאג ווען מיר האבן געענדיגט דאס לערנען, האבן מיר פארלאזט דעם ביהמ"ד. אויף וועג האבן מיר זיך אנגעשטויסן אין דעם איד וואס מיר האבן אים באמערקט אין ביהמ"ד, מיר האבן איהם קיינמאל פריער נישט געהאט געזעהן… ער האט זיך אויסגעדרייט צו אונז, און דערלאנגט פאר אונו ביידן א קאנווערט, און איז באלד אוועקגעגאנגען! מיר מאכן ביידע אויף דעם ענוועלאפ און מיר האבן געטראפן דעם וואונדערבארן סכום פון- 600 ענגלישע פונט…!

פארוואס? פארוואו? פארווען? ווייס איך נישט!

אבער, פעלן דען פאר'ן אייבירשטען וועגן וויאזוי צו שפייזן זיינע באשעפענישן?!

איך קען אייך אבער יא אזוי פיל זאגן: אז מען לערנט הלכה, און מען פירט זיך כהלכה, צאלט אויך דער אייבירשטער אויך כהלכה…!

(ספר איש לרעהו, מפי בעל המעשה)

_____________________

געפינען א זיווג הגון בזכות קביעת עתים לתורה

ר' חיים וו. פון ברוקלין נ.י. אן אנשטענדיגער בעל הבית וועלכער איז קובע עתים לתורה. יארן לאנג האט ער געלעבט בשלוה, ווען אלעס ארום קלאפט, און דאס לעבן שמייכלט צו אים. לעכטיגע קינדער, און א ניש-קשה'דיגע פרנסה, אנגענומען ביי אלעמען אא"וו.

אבער… דער גזרת ה' האט פאר אים געהאט אן אנדערע פלאן. איין טאג האט זיך עס אנגעהויבן, ווען דער געזונט לאגע פון זיין פרוי האט זיך א דריי געטאן צום שלעכטן ריכטונג. מען איז געלאפן צו דאקטוירים און פראפעסיאנאלן, דער עצה'ט אזוי און יענער אזוי. עס האט שוין אנגעהויבן אויסזעהן אז מ'וועט זיך ארויסדראפען, און זי וועט פולקאם געזונט ווערן. דאן, האט עס פלוצלינג אנגעהויבן ווערן קאמפליצירט, און ס'האט געגליטש מיט א שנעלקייט בארג אראפ. און נעבאך איז זי אן קיין ווארענונג צוריקגערופן געווארן צום ישיבה של מעלה.

עס האט אים און זיין פאמיליע געכאפט ווי אן שאקירנדע קלאפ אין געזיכט אומגעראכטן. דאס גאנצע לעבן מיט אירע שיינע פארבן האט זיך ביי אים אויף אמאל אפגעשטעלט. ווען ער טרעפט זיך פנים-אל-פנים מיטן ביטערע מציאות.

אזוי איז ער נעבעך אפגעזיצן עלנד און צעבראכן פאר לאנגע יארן, זיך דארפנדיג אליין ספראווען מיט אלע טיילן וואס קומען מיט א שטוב ווירטשאפט. דינענדיג סיי דער פאזיציע פון א טאטע, און אויך פון די מאמע וואס האט פאלאזט פריצייטיג איר שטעלע. דער פאקט אז דאס איז געקומען אין צוגאב צו זיין פארנומענע סדר היום, האט אים ממש אוועקגערויבט דאס לעצט ביסל צייט וואס ער האט געהאט פאר זיך זעלבסט. אלץ תוצאה האט ער אנגעהויבן נאכלאזן פון זיין קביעות עתים לתורה, פארפאסנדיג זיין טעגליכע שיעור דא דארט. ביז ער האט זיך דערזעהן אינגאנצן אן א קביעות. ער האט אינגאנצן אפגעלאזט זיין שיעור.

ביז… ביז איין טאג. ס'איז געווען חוה"מ סוכות. קומענדיג אין ביהמ"ד מיט די ד' מינים, זיך גרייטנדיג אויף דעם געהויבענעם מצוה פון אתרוג בענטשן, כאפט זיין אויג אויף די טישן אין ביהמ"ד, א "לוח" פון "מפעל הלכתא דיומא". ער הייבט דאס אויף און באטראכט דאס, און שפרינגט אויף פון פרייד: דאס איז דאך ממש וואס איך זוך, גענוי פאסיג פאר מיר. די שיעורים זענען איינגעטיילט אין פראפארצינאל-אייניגע חלקים פאר יעדן טאג, אזוי אז איך זאל קענען האבן א שיעור קבוע פון א שעה צייט טעגליך אין משנה ברורה.

מיט א פעסטע החלטה האט ער באשלאסן אנצונעמען דעם לוח-שיעור ווי א חוב קדוש, וואס ער וועט זיך פון דעם נישט אוועקרירן אויף קיין פאל, אפילו ווען עס וועט אונטערקומען שטערונגען למיניהם. דערביי בעטנדיג פונעם כל יכול: הייליגער טאטע, זעה שוין צו מיין פיין, איך בין דאך עלנד ווי א שטיין, העלף מיר אז בזכות מיין קבלה אויף קביעות עתים לתורה, זאל איך געהאלפן ווערן אינגיכן מיט א זיווג הגון עד מאה ועשרים.

ווי נאר עס האבן זיך געענדיגט די הייליגע טעג, ס'איז פאריבער שמחת תורה ווען אלע שפירן זיך געבינדן צו די תורה הקדושה. עס הייבן אן גיין די וואכעדיגע טעג, אלעס גייט צוריק אין שוואונג פונעם גאנץ-יעריגן טומל. אבער אונזער ר' חיים האט נישט פארגעסן אין זיין הייסן צוזאג. גלייך אסרו חג, רופט ער אן זיין געוועזענע חברותא מיטן פארשלאג צו לערנען א שיעור טעגליך אויפן סדר פון לוח הילכתא דיומא. האבנדיג דעם צושטימונג פון זיין חבר, האבן זיי זיך געזעצט לערנען מיט פלייס, נישט נאכלאזנדיג קיין טאג פונעם שיעור.

לאנג האט עס נישט גענומען, ביז די ישועה איז ערשינען. אין איין רעגלמעסיגע טאג, רופט אן ר' חיים זיין חבר: ברוך השם, עס קומט מיר א מזל טוב! עס איז געווארן א שידוך לתפארת בשעה טובה. דער זכות פון קביעות עתים לתורה איז זיכער בייגעשטאנען. ווי דער פסוק לויטעט: "נפש עמל עמלה לו". און חז"ל לערנען פון דעם (סנהדרין צ"ט ע"ב) "הוא עמל במקום זה, ותורתו עומלת לו במקום אחר".

(מפי בעל המעשה)

___________________________

שידוכים פאר דריי קינדער בזכות קביעת עתים לתורה

אין די שטוב פון ר' יעקב בערגער, א טאטע צו דריי ערוואקסענע בחורים, וועלכע זענען שוין אריבער דעם בן שמונה עשרה, אבער ליידער נישט לחופה, האט זיך געקענט צודאכטן אז דער טעלפאן איז ארויס אויף טריץ.

נאך געווען אמאל צייטן ווען דער טרייבל איז אפירגענומען געווארן גאנץ אפט. שדכנים האבן פארגעשלאגן דאס זייעריגע, אבער דאס באשערטע זיווג און די באשטימטע צייט, באשריבן פון אויבן, איז נאכנישט ערשינען.

אין א טאג, ווען מר. בערגער קומט אהיים, און ווערט באגריסט דורך זיינע צוויי איבער-ערוואקסענע בחורים, גיט זיך אים א רייס ארויס א קרעכץ פון טיפעניש פון הארץ, קלאגנדיג דערביי: אוי הלואי ווען דער טעלפאן זאל נאר קלינגען מיט אן אנזאג פון כאטש וועלכע אנטראגע, זאגאר אן איינפאכע שידוך, וואלט איך שוין אויך אנגענומען..

די צייט בלייבט נישט שטיין, און די בחורים עלטערן זיך, און קיין פאזיטיווע שטראל זעהט זיך נישט אויפן האריזאנט. עס איז שוין פארגאנגען צייטן, וואס האט שוין אויסגעזעהן אט אט, אז א רעדע פון א שידוך ווערט ערנסטער, דער אנדערער צד פרעגט זיך נאך, און האט שטארקע שאנסן צו קומען לידי גמר, אבער דאן.. האט די זאך פלוצלינג גענומען א פארקערטער דירעקציע, זיך פארהאנקערט אין זיך אויסגעלאזט אין א זייפן בלאז..

ביז..

געווען איז דאס, א טאג ווי אלע טעג. גאר קיין אויסטערליש האט זיך אנגעזעהן אויפן געביט פון שידוכים ביי משפחת בערגער. דער עלטסטער בחור, משה, גייענדיג אין ביהמ"ד, באגעגנט ער זיין יוגנט חבר פון ישיבה, וועלכער איז שוין א טאטע צו 3 קינדער בלעה"ר. געווענליך פלעגן אים זיינע חברים וועלן ליבערשט אויסמיידן, ווי איידער זיך דארפן טרעפן מיט אים פנים אל פנים. ווי שווער איז צו קוקן אים אין געזיכט, מאכנדיג דעם חשבון, איך בין דאך שוין א טאטע עטליכע יאר, און ער נעבאך בחור'ט נאך אין א הויכע עלטער.

אבער אין דער פאל, האט זיך זיין חבר אפגעשטעלט שמועסן, קלערנדיג דאס ער האט עפעס מיט וואס אים צו מאכן פרייליך, מיטן זאג: משה, כ'האב פאר דיר אן אנטראגע..

אויפן ערשטן מאמענט האט דאס געכאפט משה'ן אין שאק. וואס קען ער מיינען דערמיט? קען ער מיך דען העלפן אין מיין מצב, ווען די גרעסטע שדכנים האבן שוין אויפגעגעבן?

ער לאזט אים אבער נישט לאנג ווארטן, און קומט צום ווארט. ערקלערנדיג דאס ער זוכט א חבר צו לערנען משנה ברורה יעדן טאג א באשטימטע שיעור, לויט דעם לוח פון הלכתא דיומא. מיר האבן דאך געלערנט צוזאמען אין ישיבה געשמאק, איזשע אפשר וואלטן מיר געווען א פאסיגע חברותא, מיר זאלן לערנען דעם שיעור בחברותא טעגליך.

משה קלערט צו זיך, פארוואס דען נישט, דערביי צולייגענדיג פאר זיין פריינד: כ'האב שוין טאקע לאנג נישט געהאט קיין געהעריגע סדר צו לערנען. זינט איך בין געווארן א מצב פון "נישט קיין בחור, און נישט קיין טאטע".. דען, אלע מיינע פריינט האבן שוין לאנג חתונה געהאט, און עס פאסט עפעס נישט אריין איין בחור צווישן א געזעלשאפט פון יונגעלייט, דערפאר בין איך געווארן ווי אויסגעשלאסן פון אלעמען, האב איך קיין חברותא צום לערנען אויך נישט געהאט ווי געהעריג. אלזא לאמיר דאס פראבירן.

ער גיבט אים זיין צושטימונג, און מען שמועסט אפ א צייט יעדע נאכט און אן ארט אין א שטילער שוהל.

דער קביעות עתים איז געמאכט געווארן איידל און באשיידן, און א קליין געסל. אבער אין הימל האט דאס געמאכט א גערודער, דארט איז שוין גארנישט אזוי שטיל..

ס'איז נישט דורך קיין צוויי טאג, פון ווען משה האט אנגעהויבן דעם שיעור, און דער מצב איז נתהפך געווארן ממש קאפויער. שדכנים וואס האבן שוין נישט געקלינגען איבער א יאר צייט, האבן פלוצלינג זיך דערמאנט אין משפחת בערגער. איין רעדע האט אנגעהויבן ווערן ערנסט, די אנדערע צד האט אנגעהויבן זיך אינטערעסירן אויף ערנסט, און.. ביז א וואך איז געווארן א שידוך למזל טוב…

די פרייד איז אומגעהויער.. אבער עס שטעלט זיך ביי דעם נישט אפ. ביז א חודש האט מען שוין געטרונקען לחיים פארן צווייטן זוהן, דאס איז באשיינפערליך געווען א תוצאה פונעם ערשטן, דען זייער נאמען איז צוריק ארויף געקומען ביי שדכנים אין מויל, און האט געגעבן מער א פאזיטיוון רושם נאך זייער ערשטן און פאסיגן שידוך. אויך דער דריטער זוהן איז ביז א האלב יאר למזל טוב א חתן געווארן מיט זיין באשערטן צו די פרייד פון די גאנצע משפחה.

מען דארף נישט זיין קיין נביא אדער בעל רוח הקודש, צו קענען צוזאמשטעלן, דאס אינעם געוואלדיגן זכות פון קביעת עתים לתורה, איז געקומען דער אומגעראכטענע ישועה, וועלכע האט שוין מיטגעשלעפט מיט זיך א קייט פון ישועות.

משה, שוין היינט א יונגערמאן, זאגאר א טאטע צו קינדער, פארציילט אין פריידן אז דער שיעור וואס האט אים געברענגט זיין גליק אין לעבן, לאזט ער שוין נישט אפ, און האלט עס אן שוין פאר די לעצטע דריי יאר, יעזור ה' הלאה.

(מפי בעל המעשה ר' משה)