פאקס סיסטעם

פאקס סיסטעם [Fax On Demand]

 

מיט אונזער סאפיסטיקירטע "פעקס אן דימענד" סיסטעם, קענט איר אראפנעמען פון די פעקס אלע דפי עזר וואס ווערט ארויס געגעבן דורך אונזער מפעל. סיי פארן שיעור פון דער וואך, סיי פאר די שיעורים פונעם גאנצן יאר.

 

אנווייזונגען אראפצונעמען פון פעקס די דפי חזרה דפי ציורים וטבלאות און דפי סיכום. (אלעס אינטערן זעלבן קאוד נומבער).

אויב זוכט איר א ספעציפישע סימן, דאן קוקט אויף וועלכע טאג עס הייבט זיך אן מיט דעם סימן וואס איר זוכט, (מעגליך אז דאס  הייבט זיך אן טאג בעפאר) זעהט די אנהייב פון די קומענדיגע טאג בכדי צו וויסן וואו עס ענדיגט זיך דעם שיעור,  -  אזוי אויך אויב זוכט איר פאר א ספעציפישע דאטום, לפי סדר הלוח הילכתא דיומא.
וועהלט אויס די נומערן דערנעבן.

רופט אריין צו אונז 1-800-466-7593
דריקט נומבער 6 (פאר מחזור שנתיים, חלק א')
דריקט אריין אייער פאקס נומבער, (צב"ש 1-212-555-4000) דערנאך דריקט דעם פאונט (#) קנעפל
דאן דריקט דעם קאוד נומבער וואס איר האט אויסגעוועהלט, דערנאך דעם פאונט (#) קנעפל
אויב ווילט איר דפים פון מערערע טעג דריקט נומ' 1 צווישן איין קאוד אין צווייטן.

לייגט "גלייך דערנאך" אראפ דעם טעלעפאן, און דער סיסטעם וועט זאפארט צוריק רופן און שיקן די בלעטער וואס איר האט פארלאנגט.
(איר מוזט נישט אריין רופן דעם פאקס סיסטעם פון דעם פעקס ליין וואס איר ווילט ערהאלטן די פעקס, איר קענט רופן אויך פון סיי וועלכער טעלפאן).