פארום

אין דעם פארום וועט געגעבן ווערן די געלעגנהייט פאר אלע לערנער פונעם מפעל, ארומצורעדן אין די ענייני הלכה וואס ווערן געלערנט אינעם סדר הלוח. אריינגערעכנט קושיות און תירוצים, הערות און ביאורים וואס זענען נתחדש געווארן ביים לערנען, וועלכע דער לערנער וויל אויסשמועסן מיט אנדערע מיטלערנער.

דער שואל ומשיב פונעם מפעל איז גרייט זיך צו שרייבן מיט אלע מיטלערנער, און פארענטפערן זייערע שווערקייטן וואס זיי האבן ביים לערנען.

- - - תקנות הפורום - - -

א) דער פארום איז אויסדרוקליך נאר פאר פלפול הלכה, און ס'איז נישט טאלערירט צו מזלזל זיין דערין מיטן שרייבן סתם הוילע שרייבעריי. און זיכער נישט צו שרייבן זאכן וואס זענען נישט פאסיג געזאגט צו ווערן ביים לערנען.

ב) די דיונים זענען באשטימיט נאר פאר לימוד ההלכה, און די שרייבער זאלן פראבירן אינאכט נעמען נישט אוועקצודרייען דעם שמועס צו פרעמדע נושאים [אפילו פון לערנען].

ג)דער שואל ומשיב פונעם מפעל וועט ענטפערן נאר אינעם ענין וואס ווערט איצט געלערנט אינעם סדר הלוח, סיי מחזור שנה אחת, סיי מחזור שנתיים.

פארן תועלת פונעם סיסטעם, און כדי איר זאלט קענען געניסן פון די פארשידנארטיגע נייע אפציעס אינעם וועבסייט, בעטן מיר אייך זיך איינצושרייבן, אדער אריינצופילן די פעלנדע איינצעלהייטן אין אייער "אקאונט פראפיל" אינעם וועבסייט.

איינשרייבונג אנווייזונגען:
נאכן אריינלייגן אייער אינפארמאציע אינעם אפליקאציע, וועט געשיקט ווערן צו אייער אימעיל אדרעס, א לינק צום אפליקאציע באשטעטיגונג.
דער אימעיל וועט דינען אלץ א באשטעטיגונג צו אייער אפעלאט צום וועבסייט.
מען קען ניצן אלע סערוויסעס פונעם וועבסייט, אויך אן זיך איינשרייבן.
אויב האט איר א פראבלעם ביים איינשרייבן זיך אינעם סייט, ביטע מעלדט אונז אויף דעם אדרעס:
support@hilchusadyoma.org
אדער דורכ'ן אויסשטעלן דעם פארום ביי "פארבינדונג" אינעם סייט.

מיר זענען העפליך גרייט אייך בייהילפיג צו זיין.
די מאנשאפט פונעם סייט הלכתא דיומא